LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש

ליטעראַרישער יום־טובֿ

Sunday Jun 23, 2013 6:00pm

איר זענט האַרציק פֿאַרבעטן אויף אַ ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם אַרומנעמיקן ייִדיש־ענגלישן ווערטערבוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון ד”ר שלום ביינפֿעלד און ד”ר חיים באָכנער אויפֿן סמך פֿון יצחק ניבאָרסקיס און בערל ווײַסבראָטס ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך. ס’וועלן נעמען אַ וואָרט די צונויפֿשטעלערס, ווי אויך שמואל נאָריך, דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דער פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע, וואָס האָט ברייטהאַרציק געשטיצט דעם פּראָיעקט. די מוזיקאַלישע פּראָגראַם וועלן דורכפֿירן טעמע שעכטער און בנימין שעכטער; כּיבוד וועט סערווירט ווערן.