אַשכּנזישער פֿאָלקלאָר
ד"ר איציק גאָטעסמאַן
אין דער לעקציע װעט באַהאַנדלט װערן מיט װאָס דער אַשכּנזישער (דער עיקר: ייִדיש־שפּראַכיקער) פֿאָלקלאָר צייכנט זיך אויס מיט אַנדערשקייט לגבי דער קולטור־ירושה בײַ אַנדערע פֿעלקער און װאָסערע שטריכן, װידער, זײַנען פּאַראַלעלע איבער דער װעלט. עטלעכע פֿאָלקלאָר־זשאַנערס װעלן דינען פֿאַר אונדזערע דוגמות: פֿאָלקסליד, פֿאָלקס־מעשׂה, פֿאָלקסגלויבן און הומאָר. מיר װעלן אָנהייבן מיט אַן אַרײַנפֿיר אין דער פֿאָלקלאָריסטיק – אַ מאָדערנער פֿענאָמען מיט װאָרצלען אין 19טן י”ה. ס’װעט אונדז אינטערעסירן װער ס’האָט געזאַמלט ייִדישן פֿאָלקלאָר, מיטן טראָפּ אויף דער צענטראַלער ראָלע פֿון דער עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע בײַם ייִװאָ אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. ביז לעצטנס האָט פֿאַרנומען דעם אויבנאָן אין ייִדישע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען דער מאַטעריאַל אַליין און נישט אַזוי די קולטור־טרעגערס. די הײַנטיקע פֿאָלקלאָריסטיק הייבט אַרויס דאָס חשיבֿות פֿון קאָנטעקסט װי אַ גורם פֿאַרן אויסטײַטשן דעם פֿאָלקלאָרטעקסט. מיטן לעבן פֿון איין פֿאָלקזינגערין װעלן מיר ענדיקן דעם איבערבליק כּדי צו באַװײַזן װי אַזוי אַזאַ צוגאַנג שפּיגלט אָפּ דעם אָרט פֿון די לידער אין איר ביאָגראַפֿיע.